דערנאך האט צוגעטרעטן צום מיקראפאן במקהלות רבבות אלפי ישראל, הרבני החשוב המפואר, איש המעש ורב פעלים, מו"ה מרדכי אלעזר הירש הי"ו חבר הנהלת המוסדות, וועלכער האט אלס שליח פון די הנהלת המוסדות אויפגעטרעטן מיט "דבר המוסדות", און גאר טרעפליך איבערגעגעבן א רעפעראט פונעם אומגלויבליכן וואוקסט פון די מוסדות הקדושים, און דער שווערער מצב בגשמיות, וואס דער ציבור האט זיך צוגעהערט מיט שטארקע אינטערעסע.

דא איז מען צוגעקומען צום הויכפונקט פון דעם ליל ההצלה, ווען מ'האט געהאט די זכי' צו הערן דעם משא דבר ה', בחובת השעה והזמן לרגל יום ההודאה, די "הדרכת השנה" פון דעם פום ממלל רברבן, דער רבן ומאורן של ישראל כ"ק מרן הגה"ק שליט"א,